This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט ארויסגעגעבן אן אורטייל אז מדינת ישראל דארף ענדיגן זייער אפעראציע און זיך ארויסציען פון רפיח.
מדינת ישראל פאליציי האבן געמאלדן אז זיי האבן סוספענדירט 3 פאליציאנטן ביז די ענדע פון אן אויספארשונג, נאך וואס שאקירנדע ווידעא איז ערשינען וויאזוי זיי ווארפן אום אן עלטערע איד, שיסן אין די לופטן און שלאגן א פרוי אין מירון.

דאס קומט אין די צייט וואס ארטיגע אויטאריטעטן האבן פארשפארט גאנץ מירון אלס סכנה פון חיזבאלא מיסילס, אבער דורכאויס דעם טאג זענען פולע אידן אנגעקומען און שווערע געשלעגן האבן אויסגעבראכן.

עטליכע אידן זענט פארוואונדעט געווארן און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען, און אזוי אויך זענען 19 פאליציאנטן פארוואונדעט געווארן אין די געשלעגן.
אידישליך נייעס
ברעיקינג: א ניו יארק טיימס באריכט גיבט אן אז די מאנהעטן גרענד דזשורי האט געשטימט צו אנקלאגן געוועזענער פרעזידענט טראמפ. ער ווערט די ערשטער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט צו ווערן אנגעקלאגט.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
די קלאוזינג ארגומענטן אין די טראמפ האש מאני פראצעס אין מאנהעטן זענען היינט געקומען צו אן ענדע, און די דזשורי וועט זיך מארגן צוזאמזעצן פאר די ערשטע טאג פון באראטונגען אויב צו געפונען טראמפ שולדיג אדער נישט.
אידישליך נייעס
די קלאוזינג ארגומענטן אין די טראמפ האש מאני פראצעס אין מאנהעטן זענען היינט געקומען צו אן ענדע, און די דזשורי וועט זיך מארגן צוזאמזעצן פאר די ערשטע טאג פון באראטונגען אויב צו געפונען טראמפ שולדיג אדער נישט.
די דזשורי אין די טראמפ האש מאני טרייעל האבן פארענדיגט די ערשטע טאג פון באראטונגען אן קומען צו אן אורטייל. די דזשורי וועט זיך מארגן ווידער צוזאמזעצן פאר א פרישע טאג פון באראטונגען.
אידישליך נייעס
די דזשורי אין די טראמפ האש מאני טרייעל האבן פארענדיגט די ערשטע טאג פון באראטונגען אן קומען צו אן אורטייל. די דזשורי וועט זיך מארגן ווידער צוזאמזעצן פאר א פרישע טאג פון באראטונגען.
די דזשורי אין די טראמפ האש מאני פראצעס האבן נארוואס געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אורטייל.

זיי האבן פארלאנגט נאך 30 מינוט צו פארענדיגן די פראצעדור.
אידישליך נייעס
די דזשורי אין די טראמפ האש מאני פראצעס האבן נארוואס געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אורטייל. זיי האבן פארלאנגט נאך 30 מינוט צו פארענדיגן די פראצעדור.
ברעיקינג: געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ איז געפונען געווארן שולדיג דורך די דזשורי אויף אלע 34 קלאגעס אין די מאנהעטן האש מאני טרייעל.
אידישליך נייעס
ברעיקינג: געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ איז געפונען געווארן שולדיג דורך די דזשורי אויף אלע 34 קלאגעס אין די מאנהעטן האש מאני טרייעל.
נאך וואס טראמפ איז געפונען געווארן שולדיג האט דער ריכטער באשטימט אז טראמפ וועט פאראורטיילט ווערן אום יולי 11.
קאנגרעס און סענאט פירער האבן געשיקט אן אפיציעלע איינלאדענונג צו מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אז ער זאל קומען אויפטרעטן פאר א געמיינזאמע סעסיע אין קאנגרעס.
פרעזידענט ביידען האט פרייטאג געמאלדן א מדינת ישראל פארגעשלאגענע 3 פאזע פייער אפשטעל אין עזה.
טראמפ איז א "קאנוויקטעד פעלאן". מען האט אים אנגעקלאגט. פיין, אבער אויף וואס? ער האט באצאלט האש מאני. אקעי, און וואס איז די קרימינאלע פאברעך?

וואס זענען די קלאגעס? מאכן זיי סענס? איז עס גלאטיג? ליינט א דעטאלירטע אפהאנדלונג.

https://telegra.ph/קיינער-איז-נישט-העכערן-געזעץ-אבער-וועלכע-געזעץ-06-04
Media is too big
VIEW IN TELEGRAM
כיזבאללא האט ארויסגעגעבן ווידעא ווי אן 'אלמאס' מיסיל שיסט איינס פון די 2 אייראן דאום בעטעריס אין די רמות נפתלי באראקן.

דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אן אייראן דאום בעטערי ווערט באטראפן פון פיינטליכע פייער.

דאס קומט אין די צייט וואס די געמיטער ביי די צפון גרעניץ זענען גאר אנגעצויגן, און א מלחמה מיט כיזבאלא שטייט מעגליך ביים שוועל.
אין א ריזיקאלישע רעטונגס אפעראציע "מבצע ארנון" האבן מדינת ישראל קרעפטן באוויזן צו ארויס ראטעווען 4 משכונות פון עזה, נועה ארגמני (25), אלמוג מאיר (21), אנדרי קוזלוב (27) און שלומי זיו (40). אלע פון זיי געפונען זיך אין א גוטע צושטאנד.

אינמיטן העלן טאג, ארום 11:00 אינדערפרי, זענען ספעציעלע ימ"מ קרעפטן אינאיינעם מיט ש"ב אגענטן איבערגעפאלן צוויי בנינים, ארום 650 פוס אפגערוקט, אין צענטראל עזה. ארגמני איז געווען פארכאפט אין איין בנין, און איר רעטונג איז געגאנגען רעלאטיוו געשמירט. די רעטונג פון די דריי מענער אין די אנדערע בנין, האט זיך אביסל פארהאנקערט און די סאלדאטן זענען געקומען אונטער שווערע פייער. איין ימ"מ אפיציר, ארנון זמורה, (36) איז קריטיש פארוואונדעט געווארן, און איז שפעטער אויסגעגאנגען פון זיינע וואונדן.

מדינת ישראל באאמטע געבן איבער אז אונטער 100 טעראריסטן זענען אומגעברענגט געווארן. לויט די עזה געזונטערהייט מיניסטעריום זענען 210 פאלעסטינע אומגעברענגט געווארן אין די אפעראציע, אריינגערעכנט קינדער.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
א דזשורי האט געפונען האנטער ביידען שולדיג אויף 3 פעדעראלע קלאגעס אין פארבינדונג מיטן זיך איינהאנדלען א ביקס אין די צייט וואס ער איז געווען אויף דראגס, און זאגן ליגענט אויף פעדעראלע פאפירן.
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
חיזבאלא האט דורכאויס יום טוב געשאסן איבער 215 ראקעטן, מיסילס און דראונס אויף צפון ארץ ישראל, דאס איז די גרעסטע באראזש זינט די אנהייב פונעם יעצטיגן קריג.

דאס קומט אין רעאקציע צו א געלונגענע אטענטאט אין וועלכע מדינת ישראל האט עלימינירט א גאר הויעכראנגיגע קאמאנדיר פון חיזבאלא, דער העכסטער חיזבאלא מיטגליד צו ווערן עלימינירט זינט די אנהייב פונעם קריג.

טראץ דעם וואס די מיסילס פון חיזבאלא האבן נישט אנגעזייעט צופיל שאדן, האט מדינת ישראל געענטפערט מיט א געצילטע אטאקע אויף א געביידע אין וועלכע עס זענען לויט ערשטע באריכטן עלימינירט געווארן א צאל חיזבאלא, חאמאס און איסלאמיק דזשיהאד מיטגלידער.
2024/06/15 14:37:55
Back to Top
HTML Embed Code: